פֿאָרווערטס

דער טאַנדעם∫ מיט ראָמני און פּאָול רייַען

Forward (Yiddish Edition) - - פראָנט זייַט -

(סוף ון דער ערשטער זייַט) נאַנד אַ קאָנגרעסמאַן¨ איז אַ היפּשע צייַט געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דער בודזשעט קאָמיסיעª און פֿאַראַיאָרן¨ ווען דאָס לאַנד האָט ריזיקירט צו בלייַבן אָן אַ באַשטימטן בודזשעט¨ איז רייַען געווען דער הויפּט קעגנער פֿון אייַנגיין אויף וואָסער ניט איז פּשרה מיט די דעמאָקראַטןÆ

לויט דער עקאָנאָמישער פּראָגראַם פֿון רייַען¨ וואָס איר ציל איז געווען קלענער צו מאַכן דעם בודזשעט דעפֿיציט¨ האָט ער פֿאָרגעלייגט אַ ווייטיקלעכע פֿאַרקירצונג בייַם פֿינאַנצירן כּמעט אַלע סאָציאַלע רעגירונגס פּראָגראַמען¨ בתוכם די הוצאָות אויף מעדיצין און בילדונגÆ ער האָט אויך פֿאָרגעלייגט צו ענדערן די מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג פֿאַר די עלטערע לייַט ©Medicare ®¨ צוזאָגנדיק זי צו מאַכן מער עפֿעקטיווÆ אין דער זעלבער צייַט¨ איז נישט אויסגעשלאָסן¨ אַז קומענדיק צו דער מאַכט¨ וועלן די „עפֿעקטיווע טריט“זיך אויסלאָזן צו עלעמענטאַרע קירצונגען פֿון דער מאָס מעדיצינישער הילף¨ וואָס עס באַקומען די אַלטע לייַט און די אָרעמע בירגער פֿון אַמעריקעÆ אין אַזאַ שטאַט ווי פֿלאָרידע¨ וווּ דער פּראָצענט פֿון עלטערע מענטשן איז העכער ווי אין אַנדערע שטאַטן¨ קאָן זיך עס פֿאַרן רעפּובליקאַנער „טאַנדעם“ענדיקן מיט אַ דורכפֿאַלÆ

ווי געזאָגט¨ האָט ראָמני זיך ביז אַהער גענייטיקט בפֿירוש אין דער שטיצע פֿונעם מער קאָנסערוואַטיוון פֿליגל פֿון זייַן פּאַרטיי ¨ וואָס האָט זיך באַצויגן צו אים מיט אומצוטרוי¨ נאָך פֿון יענע צייַטן¨ ווען ער האָט געשמט ווי דער ליבעראַלער גובערנאַטאָר פֿון מאַסאַטשוסעטסÆ מיטן אויסוויילן פּאָול רייַען וועט ראָמני זיכער פֿאַרפֿעסטיקן זייַן מצבֿ אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי ª פֿון דער צווייטער זייַט¨ איז פּאָול רייַען ווייניק באַקאַנט פֿאַרן ברייטערן אַמעריקאַנער עולםÆ

פֿאַרשטייט זיך¨ אַז אין אַ צייַט¨ ווען מע קריכט קוים אַרויס פֿונעם פֿינאַנציעלן און עקאָנאָמישן קריזיס¨ וואָלט אַזאַ פּרעזי≠ דענט און זייַן פֿאַרטרעטער¨ ווי מיט ראָמני און פּאָול רייַען¨ גע≠ בראַכט מעגלעך פּאָזיטיווע ענדערונגען אינעם אינערלעכן עקאָ≠ נאָמישן לעבןª אין דער זעלבער צייַט¨ שטייט פֿאַר אַמעריקע פֿאָר אָנצונעמען גורלדיקע באַשלוסן אין איר אויסערלעכער פּאָליטיק ¨ וואָס זייַנען אפֿשר פֿאַרבונדן מיט דער צוקונפֿט פֿון דער גאַנצער וועלטÆ צי וועלן זיך די ווייניק באַהאַוונטע אין דעם רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן צו פֿאַרנעמען די צוויי העכסטע פּאָ≠ זיציעס אין לאַנד¨ מיט דער אויפֿגאַבע ספּראַוועןø

Newspapers in Yiddish

Newspapers from USA

© PressReader. All rights reserved.