פֿאָרווערטס

סיני — אַ באָמבע פֿון שפּעטערן אויפֿרייַס

Forward (Yiddish Edition) - - ייִדישע מוזיק אינעם ±≥סטן יאָאָרהונדערט -

(סוף ון דער ערשטער זייַט) קיין באַזונדערן אונטערשייד וועמען צו ראַבעווען מאַכן זיי נישט — עס קאָן זייַן עגיפּטן און עס קאָן זייַן ישׂראל — אַבי מע זאָל זיי צאָלןÆ

צי וואָלט ישׂראל אַליין¨ אָן עגיפּטן¨ געקאָנט דערשטיקן די אַלע באַנדיטן אין סיניø געוויס¨ אַז יאָ¨ אָבער ווער דאַרף עס מער האָבן∫ די נייַע מאַכט אין קאַיִר¨ צי ירושלים¨ וואָס איז איצט באַזאָרגט מיט די דראָונגען פֿון טעהעראַןø צוריק גערעדט¨ דאַרף מען נישט האָבן קיין גרויסע פֿאַנטאַזיע זיך פֿאָרצושטעלן¨ וואָס ס# וואָלט זיך אָנגעהויבן¨ ווען ישׂראל אַליין וואָלט זיך אונטערגענומען אָפּצורייניקן דעם האַלב$ אינדזל פֿון טעראָריסטןÆ

ווי עס האָבן געוויזן די לעצטע געשעענישן¨ האָט דער נייַער עגיפּ≠ טישער פּרעזידענט זיך ממש אָנגעכאַפּט אין דעם אינצידענט¨ וואָס איז געשען דעם μטן אויגוסט אויף דער עגיפּטישער מיליטערישער באַזע ¨ ווען די טעראָריסטן פֿון סיני האָבן דערהרגעט ∂± עגיפּטישע זעלנער Æ קיין בעסערן תּירוץ¨ פּטור צו ווערן פֿון די גענעראַלן¨ וואָס האָבן פֿאַקטיש געפּענטעט די הענט און פֿיס פֿונעם נייַעם פּרעזידענט¨ מורסי¨ האָט ער נישט געדאַרפֿטÆ איצט האָט מורסי געשטעלט אויף די שליסל$ פּאָזיציעס אין דער אַרמיי זייַנע אייגענע קאַדרעןÆ די פֿראַגע פֿון איבערנעמען די גאַנצע מאַכט אין זייַנע הענט¨ האָט ער¨ קאָן מען זאָגן¨ געלייזט און אין אַזאַ קורצן טערמין¨ וואָס קיין איין וואָרזאָגער האָט עס נישט געקאָנט פֿאָרויסזאָגןÆ

שטעלט זיך די פֿראַגע∫ וואָס ווייַטערø אויסניצן דעם בליץ$ אַרייַנ≠ דרינג אין סיני און צעבינדן אַ מלחמה מיט ישׂראלø די נייַ$ געקומענע מאַכטהאָבער אין די לענדער פֿון ”אַראַבישן פֿרילינג“הערן זיך הייַנט מער צו נישט צו די עצות פֿון זייערע פּאָליטישע און מיליטער ישע קאָנסולטאַטן¨ נאָר צו די געשרייען וואָס טראָגן זיך פֿון די גאַסןÆ אויפֿן הויפּט$ פּלאַץ אין קאַיִר וואַרט מען נישט אויף קיין מיליטערישע נצחונות און אַפֿילו נישט אויף קיין בייַטן אין דער אַרמייª דער המון וויל עסן° ער דערוואַרט פֿון דער נייַער מאַכט ענדערונגען צום גוטןÆ

פֿאַר וואָס זשע האָבן די ישׂראלדיקע מיליטער$ לייַט יסורים¨ וואָס די עגיפּטישע אַרמיי פֿאַרשפּרייט זיך און פֿאַרשטאַרקט זיך אויפֿן סיניø טאַקע ווידער¨ ווייַל זיי ווייסן מיט וועמען מע האָט צו טאָןÆ סיני און דער טעראָר אין סיני איז אַ פֿאַרלאָזטע קרענק¨ וואָס די ישׂראל$ רעגירונגען האָבן זיך פֿריִער געמאַכט כּלא$ ידע¨ כּדי נישט צו נערווירן מובאַראַקן∫ ”בעסער אַ קאַלטער שלום°“

ערשט איצט¨ ווען אין סיני געפֿינען זיך סייַ די טעראָריסטישע באַנ≠ דעס און סייַ גרויסע טיילן פֿון עגיפּטישער אַרמיי¨ איז דער האַלב$ אינדזל פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ באָמבע פֿון אַ שפּעטערן אויפֿרייַסÆ אין דער צייַט¨ ווען ”כאַמאַס“אין עזה הערט נישט אויף צו באַשיסן ישׂראל¨ ”כעזבאָלאַ“אין לבֿנון ווערט אַלץ מער באַוואָפֿנט פֿון איראַן¨ און איראַן גופֿא האַלט אין איין סטראַשען מיט אָפּווישן ישׂראל פֿון דער וועלט¨ פֿעלט אין סיני נאָר אויס די עגיפּטישע אַרמיי מיט טאַנקן¨ העליקאָפּטערס און עראָפּלאַנעןø

די ישׂראל$ פּאָליטיקער מאַכן ווייַטער אַ פּאָליטקאָרעקטן אָנשטעל ¨ אַז זיי ”קאָנטראָלירן דעם מצבֿ“¨ אָבער די ישׂראלדיקע מיליטער$ לייַט זעען די ווירקלעכקייט נישט פֿון די כּנסת$ פֿענצטערÆ

Newspapers in Yiddish

Newspapers from USA

© PressReader. All rights reserved.