פּרעזידענט וואַלן∫ צוזאָגן מיינט נישט אָפּגעבן אַ חשבון

Forward (Yiddish Edition) - - פראָנט זייַט - (סוף ון דער ערשטער זייַט)

ביז אַהער האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ זיך באַגאַנגען מיט אַן ”עקאָנאָמישן“וועג פֿון דריקן אויף דער פֿירערשאַפֿט פֿון איראַןÆ קיין גרויסע הצלחה דערפֿון זעט מען נישטÆ נאָך מער¨ פֿונעם לעצטן באַריכט פֿון דער נוקלעאַרער קאָנטראָל אָרגאַניזאַציע בייַ דער ”יו ען “¨ ווערט קלאָר¨ אַז די אַלע סאַנקציעס ביז אַהער האָבן זיך אַרויסגעוויזן נישט עפֿעקטיווª ס‘איז קיין צווייפֿל נישט¨ אַז אַכמאַדינעדזשאַד און זייַן קליקע וועלן אויך ווייַטער אָנגיין מיט זייער פּלאַן פֿון שאַפֿן אַן אַטאָם באָמבעÆ

צווישן די אַמעריקאַנער פּאָליטיקער איז בכלל קיין אויסגעהאַלטענע מיינונג נישטאָ¨ וואָס שייך איראַןÆ ס‘רובֿ האַלטן¨ אַז אַמעריקע דאַרף זיך נישט לאָזן פֿאַרשלעפּט צו ווערן אין אַ מלחמה∫ ”אַמעריקע גופֿא דאַרף עס נישט האָבןÆ“און דאָך¨ הערן זיך אין ”ווייַסן הויז“שטימען¨ אַז מע טאָר נישט אויסשליסן דעם וועג צו צווינגען טעהעראַן מיט כּוח אָפּצושטעלן זייַן נוקלעאַרע פּראָגראַםÆ אין תּוך גערעדט¨ זייַנען הייַנט די פּאָליטיקער פֿון אַלע צדדים מער גענייגט צו זאָגן דאָס וואָס ס‘קאָן געפֿעלן ווערן זייערע וויילערÆ

ווער זייַנען די וויילער פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ¨ און ווער זייַנען די וויילער פֿונעם קאַנדידאַט מיט ראָמניø מיט פֿיר יאָר צוריק האָט דווקא דער יונגער¨ שוואַרץ חנעוודיקער און שיין ריידנדיקער באַראַק אָבאַמאַ אָפּגעכאַפּט ס‘רובֿ ייִדישע שטימעןÆ נאָך פֿיר יאָר פֿון זייַן אַמטירן ווי פּרעזידענט האָבן זיך אַרויסגעוויזן נישט ווייניק זאַכן¨ וואָס אַנטוישן זייַנע נעכטיקע ייִדישע חסידיםÆ ווי אַזוי וועלן זיי זיך אויפֿפֿירן דאָסמאָלø צי וועט זיך אָבאַמאַן ווידער אייַנגעבן זיי איבערצייַגן¨ אַז ער וועט אין דעם צווייטן טערמין זייַן בעסער ווי זייַן וויזאַווי פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטייø

לאָמיר הערן¨ וואָס באַראַק אָבאַמאַ וועט זאָגן אויף דעם צוזאַמענפֿאָר פֿון זייַן דעמאָקראַטישער פּאַרטיי¨ וואָס האָט זיך די וואָך אָנגעהויבןø לאָמיר הערן וואָס ער וועט זאָגן אויף דער גענעראַל אַסאַמבלעע פֿון דער ”יו ען “¨ וואָס עפֿנט זיך דעם μ≤ סטן סעפּטעמבערø

Newspapers in Yiddish

Newspapers from USA

© PressReader. All rights reserved.