ישׂראל ΜΣΣ≤∫ עלנט¨ ווי גאָט

Forward (Yiddish Edition) - - פראָנט זייַט -

(סוף ון דער ערשטער זייַט) די וואָך האָט דער טערקישער פּרעמיער מיניסטער ערדאָגאַן דערקלערט¨ אַז נאָר נאָך דעם ווי ישׂראל וועט אויספֿירן דרייַ זייַנע באַדינגונגען¨ איז ער גרייט אָנהייבן די פֿאַרהאַנדלונגען¨ דהייַנו∫ זיך אַנטשולדיקן פֿאַר דער מיליטערישער אָפּעראַציע אויף דער שיף ”מאַרמאַראַ “ª אויסצאָלן קאָמפּענסאַציע די פֿאַמיליעס פֿון די אומגעקומענעª אַראָפּ≠ נעמען די בלאָקאַדע פֿון עזהÆ צוליב די אָנגעשטרענגטע צווישן באַציִונגען לייַדן ביידע לענדער¨ בפֿרט וואָס שייך האַנדלÆ אויב פֿריִער איז טערקייַ געווען דאָס דריטע לאַנד פֿון ישׂראלס האַנדל פּאַרטנערס¨ איז עס איצט אַראָפּ אויפֿן זעקסטן אָרטÆ

פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיעÆ דער מצבֿ מיט די נאָענטסטע שכנים וואָלט מען געקאָנט אָפּשאַצן מיט אַ מעדיצינישן סטאַנדאַרט∫ אַ שווערער¨ אָבער סטאַבילערÆ ס‘איז וויכטיק צו דערמאָנען דעם דורכ≠ פֿאַל פֿון דער פּאַלעסטינער אַקציע זיך צו דערשלאָגן בייַ דער ”יו ען “¨ אויף אַן איינזייַטיקן אופֿן¨ אָנערקענט צו ווערן ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכהÆ אין תּוך איז עס געווען אַ פּראָוואָקאַטיווער אַטאַק אויף ישׂראל¨ וואָס איז דורכגעפֿאַלןÆ פֿון דעסטוועגן¨ האָט עס דעם פּאַלעסטינער פּרעזידענט אַבאַס נישט אָפּגעשטעלט¨ און בייַ דער איצטיקער גע≠ נעראַל אַסאַמבלעע¨ קלייַבט ער זיך דערלאַנגען אַ נייַע פֿאָדערונג∫ צו העכערן דעם סטאַטוס פֿון פּאַלעסטינע בייַ דער ”יו ען“פֿון זייַן אַן אָבסערוואַטאָר צו ווערן אַ מלוכה אָבסערוואַטאָרÆ דערמיט ווערט אויטאָמאַטיש באַשטעטיקט אויך דער סטאַטוס פֿון פּאַלעסטינע ווי אַ מלוכהÆ

איראַןÆ דער גרעסטער קאָפּ ווייטיק פֿון ישׂראל בלייַבט די נוקלעאַרע פּראָגראַם פֿון טעהעראַןÆ לויט די אָנווייַזונגען ¨ וואָס סייַ ישׂראל און סייַ די אינטערנאַציאָנאַלע אַטאָמישע קאָנטראָל אָרגאַניזאַציע בייַ דער ”יו ען “¨ איז די אַרבעט איבער דער אַטאָם באָמבע שוין זייער נאָענט צום סוףÆ די וועלט מאַכט זיך אָבער כּלא ידע און זינקט אין אירע אייגענע פּראָבלעמען¨ וואָס גאָר אין אַ קורצער צייַט וועלן זיי אויסזען נישטיק¨ אין פֿאַרגלייַך מיט דער גלאָבאַלער קאַטאַסטראָפֿע¨ וועלכע עס קאָן ברענגען אַזאַ באַוואָפֿנטער נוקלעאַרער כּוח¨ ווי איסלאַמישער פֿונדאַמענטאַליזםÆ די איצטיקע פּאָגראָמען זייַנען בלויז פּראָבעס אַ קיצל צו טאָן די נערוון פֿון די מערבֿדיקע רעגירונגעןÆ

אין דער הייַנטיקער וועלט בלייַבט ישׂראל אַ רעאַלער אָביעקט פֿון שׂינאהÆ לויטן אויספֿרעג פֿון בי בי סי¨ איז ישׂראל דאָס דריטע לאַנד¨ נאָך איראַן און פּאַקיסטאַן¨ וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ סכּנה פֿאַר דער וועלטÆ אַזוי האַלטן μ∞ פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע אין פֿאַרשידענע לענדערÆ דער פֿאַקט אַליין¨ אַז דאָס איינציקע פּראָ מערבֿדיקע דעמאָקראַטישע לאַנד אין מיטעלן מיזרח ווערט געשטעלט אויף איין ברעט מיט די פֿינצטערע פֿאַנאַטישע רעזשימען¨ ווייַזט ווי טיף ישׂראל איז עלנט אין דער וועלטÆ

Newspapers in Yiddish

Newspapers from USA

© PressReader. All rights reserved.