מעשׂשׂהלע אויף שבת

Forward (Yiddish Edition) - - נייַייַעס פֿפֿאַאַר בני בית -

שכני

די† סטעזשקע† דורכן† גאָרטן† פֿון† טאָניעס† שטוב† צום† אַלטן† שטיבל† איז† געווען†אויסגעטראָטן† פֿון†אַ† סך†יאָרן ¨† און†דעם† גרעסטן†חלק† אין†דער† דאָזיקער† סטעזשקע† האָט† געהאַט† דאָס† יונגע† און† שיין$ צעוואַקסן† מיידל† אַנטאָנינע¨ † אָדער†טאָניע ¨† ווי†מען† האָט†זי† גערופֿןÆ

דעם†וועג† צום†אַלטן† נאָטן†אין† שטיבל†קען† זי†נאָך† פֿון†קינדווייַז† אָןÆ †זי† האָט† דאָ†געהאַט† אַ†חבֿרל†—† אַ†ייִנגל† מיט†שוואַרצע† בלישטשענדיקע†אויגן† און†שוואַרצע† געדיכטע†קוטשערן Ɔ דאָס†איז† דעם†אַלטן† נאָטעס†אייניקל† שמאיÆ †קינדווייַז† האָבן† זיי†צוזאַמען† מיט†נאָך† קינדער†זיך† געשפּילט†אין† זאַמד†אויף† דער†פּריזבע Æ

קיין† סך† גוטס† האָט† נאָטע† אין† זייַן† לעבן† נישט† געהאַטÆ † דאָס† ווייַב† איז† אים† יונגערהייט† געשטאָרבן¨ † און† ס+ איז† אים† עפּעס† אַזוי$ ווי† נישט† אייַנגעפֿאַלן† אַרייַנצופֿירן†אין† שטוב†אַ† צווייט†ווייַב Ɔ און†דערנאָך† איז†בייַ† אים†דער† איינציקער† זון† אומגעקומעןÆ † די† שנור† האָט† נאָך† דעם† ערשטן† יאָר† אים† צוגעוואָרפֿן† דאָס† פּיצל†קינד ¨† האָט†חתונה† געהאַט†און† איז†אַוועק† וווינען†אין† אַ†צווייט† דאָרף†אַרייַן Æ

דער† אַלטער† האָט† אַליין† זיך† געניאַנטשעט† מיטן† אייניקל¨ † ביז† ער† האָט† אים†געשטעלט† אויף†די† פֿיסÆ שמאי†איז† אָנגעקומען†אין† דער†רויטער† אַרמייÆ טאָניע† האָט† געלערנט† אין† דער† לאַנדווירטשאַפֿטלעכער† שול† בייַ† זיך† אין†ראַיאָן Æ

פֿון†געוווינטשאַפֿט† פֿלעגט†זי† אויך†איצט† פֿון†מאָל† צו†מאָל† זיך†אַרייַנכאַפּן† צום† אַלטן† נאָטע† אין† שטיבל† ©אויב† ער† איז† נישט† געווען¨ † האָט† זי† געוווּסט¨ † וווּ†דער† שליסל†ליגט ®Æ †זי† פֿלעגט†אַרומשמירן† דעם†אויוון ¨† פֿאַרנעמען†זייַנס† אַ† פּאָרל†וועש ¨† אַ†האַנטעך ¨† אַ†ציכל† און†דערנאָך† האָט†זי† עס†צוריק† אַוועקגעלייגט† אויפֿן†ברעג† פֿון†בעט† ריין†און† גלאַט†צעקאַטשעט Ɔ און†האָט† זי†אים† געטראָפֿן† אין†שטוב ¨† פֿלעגט†זי† זיך†צוזעצן† אויף†אַ† רגע†און† זיך†נאָכפֿרעגן ¨† ווי†עס† גייט† אים†אין† קאָלווירט¨ †צי† שרייַבט†אים† שמאי†און† וואָס†שרייַבט† ערÆÆø

טאָניע†איז† געווען†פֿאַרנומען† טאָג†און† נאַכטÆ †מען† דאַרף†ענדיקן† דאָס†לערנען† און†ענדיקן† נישט†אַבי $ווי Ɔ און†דאָ† גלוסט†זיך† נאָך†שפּילן† אין†דראַמקרייַזל ª† זי† ווייסט†נישט† פֿאַרוואָס¨ †נאָר† זי†האָט† עס†ליב Ɔ איצט†האָט† מען†זי† נאָך†אויסגעקליבן† פֿאַרן†סעקרעטאַר† פֿון†זייער† קאָמיוגישער†גרופּע† אין†טעכניקום Ɔ וועגן†דעם† האָט† זי†געשריבן† שמאין¨ †צווישן† די†איבעריקע† נייַעס†פֿון† דאָרףÆ און†דאָ† פּלוצים†—†די† מלחמהÆ †אין† דאָרף†זייַנען† אַרייַן†די† דייַטשןÆ צווישן† אַלע† דייַטשע† העסלעכקייטן† און† אַכזריות¨ † וואָס† די† וואָזניטשער† דאָרפֿסלייַט†האָבן† זיך†אָנגעזען ¨† מעג†פֿאַררעכנט† ווערן†אויך† דאָס†אומפֿאַרגעסלעכע† חוזק†מאַכן† און†אַכזריותדיקע† בייזלוסטיקן†זיך† איבערן†אַלטן† נאָטעןÆ

תּחילת†איז† דורך†די† אויפֿגעפּראַלטע†פֿענצטערלעך† פֿון†זייַן† אַלמן$ שטיבל† געפֿלויגן† דאָס† אָרעמע† שטוב$ געשיר∫† כּלים¨ † קליידער¨ † בעטגעוואַנטÆ † דערנאָך† האָט† זיך† צעעפֿנט† די† טיר† און† צוויי† בלאָנדע¨ † צעהוליעטע† דייַטשוקעס† מיט† לויזלעכע†ווייַסלעכע† פּנימער†האָבן† אַרויסגעפֿירט†דעם† אַלטן†נאָטען Ɔ די†הענט† זייַנען† בייַ† אים† געווען† געבונדן† אַהינטער† און† בייַם† קליינעם† קרייַזלדיקן¨ † נאָך† נישט† אינגאַנצן† גרוי$ געוואָרענעם† בערדל† זייַנען† צוגעבונדן† מיט† דינע† שטריקעלעך† געהאָנגען† צוויי† קייַלעכדיקע† פֿאַרזשאַווערטע† געוויכטלעך∫† אַן† איינפֿונקטיס†און† אַ†צווייפֿונטיקס Ɔ די†געוויכטלעך† האָבן†מיט† זייער†אייַזערנער† האַרטקייט†זיך† טויב†אָנגעקלאַפּט† איינס†אָן† דעם†צווייטן ¨† געצויגן†בייַם† אַלטן† דעם†קאָפּ† אַראָפּ†און† אים†געריסן† ביז†בלוט† די†הויט† איבער†דער† באָרדÆ †און† די† דייַטשלעך†האָבן† זיך†געפּאָרעט† פֿון†ביידע† זייַטןÆ †ווי† פֿאַרשוויצטע†מחותּנים† אויף†אַ† גאָר†אָנגעלייגטער† חתונה¨ †האָבן† זיי†געפּליעסקעט† מיט†די† הענט†און† צוגעקנאַקט†מיט† די†פֿינגער Æ

וואָס†מער† די†דאָזיקע† לייַט†האָבן† געשעפּט†נחת† פֿון†זייער† סאַדיסטישער† שפּיל¨ † אַלץ† מער† איז† געוואַקסן† דער† צער† בייַ† די† אַלט$ אייַנגעזעסענע† אייַנוווינער¨ †וואָס† האָבן†דאָס† צוגעזעןÆ

טאָניע¨ † איידער† זי† איז† אינגאַנצן† אַוועק† אין† וואַלד¨ † וווּ† ס+ זייַנען† שוין† געווען† אַ† היפּשע† צאָל† משפּחות¨ † האָט† נאָך† אויך† באַוויזן† צוצוזען¨ † ווי† אַזוי† מען†האָט† דעם†אַלטן† נאָטען†געמאַטערט Ɔ פֿאַר†אירע† אויגן†איז† די†גאַנצע† צייַט† געשטאַנען†דאָס† בילד¨ †ווי† מען†האָט† אַרייַנגעזעצט†דעם† אַלטן†אין† שטאַלעכלÆ

דאָס† האָט† זי† די† ערשטע† פּאָר† טעג† אין† איר† נייַעם† וווינאָרט† נישט† געלאָזט† רוען† אַזוי† לאַנג¨ † ביז† זי† האָט† איינמאָל† גענומען† אַ† דערלויבעניש† זיך† איבערצוטאָן† אין† די† קליידער† פֿון† אַ† דייַטשישן† סאָלדאַט¨ † וועלכן† די† פּאַרטיזאַנער† האָבן† אַוועקגעלייגטÆ † די† סאַמע† נייטיקע† דייַטשישע† ווערטער† האָט†זי† געקענט†נאָך† פֿון†דער† שולÆ †זי† האָט†מיטגענומען† מיט†זיך† אַ†האַלבע† פֿלאַש† בראָנפֿןÆ † דער† אָנגעלאָדענער† רעוואָלווער† איז† געווען† מיט† איר† כּסדר† די†לעצטע† צייַטÆ †חבֿרים ¨† וואָס†האָבן† זי†געזען† פֿאַרן†אַוועקגיין ¨† האָבן†זי† קיין† זאַך†נישט† איבערגעפֿרעגט†—†מען† האָט†געוווּסט† וווּהין†זי† גייטÆ

די† האַלבע¨ † כּלומרשט† נישט$ דערטרונקענע† פֿלאַש† בראָנפֿן† האָט† איר† געדאַרפֿט† פֿאַרבייַטן† דעם† פּאַראָלÆ † אָט† איז† זי¨ † צום† בייַשפּיל¨ † אַ† יונג† דייַטשל† און†איז† כּלומרשט†שיכּורלעך† און†זינגט† אונטער†אַ† פֿריילעך†לידל Ɔ אויף†אַזאַ† אופֿן†קאָן† מען†דורכקומען† מיט†דער† וואַך¨ †וואָס† וועט†זיך† אויך†נישט† אָפּזאָגן† געבן† אַ† פּאָר† שלונג† פֿון† דער† פֿלאַשÆ † סאָניע† האָט† מיט† ציטערנדיקע† הענט† אָפּגעדרייט† דאָס† פֿאַרזשאַווערטער† שלאַבעריקע† שלעסל† פֿונעם† שטאַלעכלÆ † איר†האָט† זיך†מיטאַמאָל† אויסגעדאַכט¨ †אַז† די†שטאַל† איז†אינגאַנצן† ליידיקÆ †נאָר†

ÿÙ ¯ Ëȉ ÿ ˜ ¯ Ú  ˜ באַלד†האָט† זי†דערהערט† אַ†שטילן ¨† טיפֿן†קרעכץ† און†זי† האָט†אָפּגעזוכט† דעם† אַלטן†נאָטען ¨† וואָס†איז† געווען†צוגעבונדן† מיט†אַ† קלאָטשעוואַטער†שטריק† צו† דער†שוואַרצער† הילצערנער†וואַנט Æ

—† זיידענקע¨ †—†האָט† אים†טאָניע† אַ†שעפּטשע† געטאָן†אין† אויערÆ †—†דאָס† בין† איך†אַנטאָנינאַ ¨† זאָלסט†גיין† רויִק†אַהין† אַראָפּ†צום† צווינטערÆ †איך† וועל†דיר† נאָכגייןÆ

זי†האָט† אים†אָפּגעבונדן† די†הענט ¨† באַפֿרייַט†די† באָרד†פֿון† די†געוויכטן† און† אַרויסגעפֿירטÆ †זי† איז†נאָכגעגאַנגען† הינטן†מיט† אַן†אָנגעשטעלטן† רעוואָלווער¨ † פּונקט†ווי† זי†וואָלט† געטריבן†דעם† אַלטן†פֿאָרויס ¨† אויף†אים† צו†דערענדיקן Æ

רגעס† האָבן† זיך† אויסגעצויגן† פֿאַר† אייביקייטןÆ † נאָר† ווי† מאָדנע† די† זאַך† זאָל†נישט† זייַן¨ †זייַנען† זיי†רויִק† און†אינגאַנצן† אומגעשטערט†אַרויס† פֿון†דאָרף Æ

דורך† אַ† זייַטיק¨ † ווינציק† אָנגעזען† שטעגעלע¨ † זייַנען† זיי† אַראָפּ† אין† טאָל† אַרייַןÆ † דאָרטן† האָט† טאָניע† געגעבן† דעם† אַלטן† נאָטען† אַ† לעק† בראָנפֿן† אויף† באַנעצן† די† ליפּן† און† זיי† זייַנען† אַוועק† מיטן† יאַר†—† אַהין¨ † וווּ† נישט† יעדער† האָט†געקאָנט† און†געמעגט† וויסן†דעם† וועגÆ

איבערן†דאָרף† האָט†זיך† צעטראָגן†אַ† קלאַנג¨ †אַז† דעם†אַלטן† נאָטען†האָט† אַ† יונג†דייַטשל† אַרויסגעפֿירט†צו† די†מאָהילקעס† און†אים† דערשאָסןÆ

ערשט†אין† עטלעכע†טעג† אַרום†האָט† דאָס†דאָרף† מיט†פֿרייד† זיך†דערוווּסט ¨† אַז†דער† אַלטער†נאָטע† לעבט†און† איז†אין† איינעם†מיט† נאָך†אַ† פּאָר†אַלטע† לייַט† בייַם†„אָבאָז #† פֿון†דער† פּאַרטיזאַנישער†מחנה†—†—†—†—†—

איר† זאָגט† שכניםÆ † פֿאַרשטייט† זיך† שכנים¨ † אָבער† אַזעלכע¨ † וואָס† קאָנען† אייַנשטעלן† דאָס† אייגענע† לעבן† און† גיין† אויף† מסירת$ נפֿש¨ † דאָס† איז† שוין¨ † אויב†איר† ווילט¨ †אַ† ביסעלע†מער°

טאָניע†טייַערע°† אַ†געזונט† אין†דייַנע† אבֿרים¨ †און† אַ†גוט† לעבן†אויף† דיר† און†אויף† דייַנע†נאָענטע† אומעטום¨ †וווּ† דו†ביסט ÆÆ°

ונעם בוך „אונטערוועגנס און נדערע דערציילונגען‟, ניו" י רק, 1960

Newspapers in Yiddish

Newspapers from USA

© PressReader. All rights reserved.